Auction 7 ספרים וכתבי יד
By Atika Kadisha
Jan 13, 2025
12 Fairway Oval, Spring Valley, NY 10977, United States
The auction has ended

LOT 237:

ויקרא שמו בישראל לעורר לב אחב"י על גודל המכשול של כינוים בשמות הגוים ועוד - רבי אלעזר שפירא מבערטש אדמו"ר ...

catalog
  Previous item
Next item 
Sold for: $50
Start price:
$ 50
Buyer's Premium: 22%
sales tax: 8.875% On commission only
Users from foreign countries may be exempted from tax payments, according to the relevant tax regulations
Auction took place on Jan 13, 2025 at Atika Kadisha
tags:

ויקרא שמו בישראל לעורר לב אחב"י על גודל המכשול של כינוים בשמות הגוים ועוד - רבי אלעזר שפירא מבערטש אדמו"ר מקיוויאשד זצ"ל ספר זה הוא נדיר ולא בנמצא
ויקרא שמו בישראל - רבי אלעזר שפירא מבערטש
כבוד קדושת הגה״ק פאר מקדושים
רבי אלעזר שפירא זצ״ל
אבדק״ק קיוויאשד
איז געבוירן צן זיין טאטען הה״ק רבי מרדכי מבערטש, בהנ״ק רבי צבי אלימלך מבערטש. בהה״ק רבי אלעזר מלאנצוט, בן הגאון הקדוש רבי צבי אלימלך בעל ״בני יששכר״ זי״ע.
און צו זיין מאמען הרבנית ברכה בת הגאון המקובל רבי אברהם שמחה הורוויץ מבארנוב - מירושלים זצ״ל, בן הה״ק רבי ישראל זצ״ל מבראנוב, בן הה״ק רבי אליעזר מדזיקוב, בן הגאון הקדוש בעל ״זרע קודש״ מראפשיץ זי״ע.
ביום ט״ז מרחשון שנת תרמ״ח אין די שטאט בערטש.
ער האט נאך יונק געווען פון זיין בארנובער זיידן ווי ער האט געוויילט פילע מאל בצחיצות קדשו פאר שבתים וימים טובים, ווי דער זיידע האט אים ארויסגעוויזן גרויס חביבת און ספעציעלע קירבות אזוי ווייט אז ער האט דעם רב ביי די זיבעצן יאר איינמאל מכבד געווען מיט ״אתה הראת״ שמחת תורה ביי זיך אין ביהמ״ד.
ביי די צען יאר האט ער געהאט די זכיה זיך מסתופף צו זיין ביים הייליגן שינעווער רב ווי ער איז געפארן מיט זיין זיידן דער בערטשע רב און זיין טאטען.
דער רב פלעגט שטענדיג פארציילן פון די געהויבענע צוויי שבתים וואס ער האט געוויילט אין שינעווע. ער האט אלעס געדענקט ווייל דער טאטע האט עס כסדר געהאלטן אין איין חזרן מיט אים ער זאל נאכמאכן די תניעות פונעם שינעווער רב כדי עס זאל אים גוט אריינגיין אין קאפ און ער זאל עס געדענקן.
בזיווג ראשון האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון הגה״צ רבי חיים זיידא הגר זצ״ל מראדוויץ, אן אייניקל פון הרה״ק רבי חיים מקאסוב זצ״ל, און איידעם ביי הגה״ק רבי מאיר יודא שפירא זצ״ל אב״ד ביקאווסק, זי איז געווען א יתומה פון איר מאמען וואס איז נפטר געווארן בעת איר געבורט (אזוי איז אויך געווען מיט איר באבען בעתן געבורט פון די מאמע) זי איז אויפגעוואקסן ביים ביקאווסקער זיידן ווי א אייגן קינד, און ער האט געקליבן דעם רב פאר אן איידעם. און די בריוון וואס דער ביקאווסקער רב שרייבט צום רב אלס חתן שרייבט ער דעם טיטול ״המיועד ליהות חתני״
דער ביקאווסקער רב האט מרגיש געווען אז די זעלבע וואס האט פאסירט מיט די כלה׳ס מאמע און באבע קען ביי איר אויך פאסירן האט ער אפגעשיפט די חתונה איינמאל און נאכאמאל.. אין צווישן איז דער מחותן רבי חיים זיידא נסתלק געווארן, און שפעטער מיט צוויי יאר איז אויך דער זיידע מביקאווסק נסתלק געווארן, די חתונה איז באשטימט געווארן אויף חודש כסלו תר״ע דורכן פעטער דער מ״מ הרה״ק רבי דוד מביקאווסק זצ״ל, חתן רבי יהושע מדזיקוב זצ״ל בזוו״ר, ובזיוויג שני ביי הרה״ק הקדושת יו״ט מסיגוט זצ״ל.
ער איז געבליבן אויף קעסט ביים פעטער רבי דוד׳ל זצ״ל.
דער ביקאווסקער זיידע האט גוט געזהן און ליידער קורץ נאכן געבורט פונעם ערשטן קינד איז הרבנית נפטר געווארן.
דער רב האט נאכאמאל חתונה געהאט מיט הרבנית הצ׳ בת שבע די טאכטער פון הגה״צ רבי יוסף אייכנשטיין זצ״ל מטארניפאל, בן הרה״ק רבי סענדר ליפא, בהרה״ק רבי יצחק אייזיק מזידיטשוב זצ״ל.
בשנת תר״פ איז ער אויפן ציטאט פון ש״ב הגה״ק ה״מנחת אלעזר״ ממונקאטש זצ״ל וואס האט אגב זייער מחשיב געווען דעם רב און א שטארקע ידידות איז געווען צווישן די צוויי קרובים, האט ער זיך באזעצט אין קיוויאשד וואס האט באלאנגט אלס א גלילות צו ארשיווע דינענדיג דארט אלץ דיין ומורה הוראה אין שטאט.
אום תרפ״ו ווען דער סאטמאר רב האט איבערגעלאזט ארשיווע און געווארן רב אין קראלי האבן טייל קהילות פון די גלילות׳ן אויפגענומען א אייגענעם רב, דאן האבן זיי אויפגענומען זייער באליבטן דיין אלס אפעציעלער רב אין שטאט.
אזוי האט דער רב געפירט דעם שטאט בנתיבות התורה והיראה פאר אריבער צוואנציג יאר ביז די שווערע צייטן פון די צווייטע וועלט קריג איז אנגעקומען און די רב האט מורא געהאט אז מוועט אים פארשיקן זייענדיג א פוילישער בירגער איז ער געגאנגען קיין בערגסאז ווי זיין טאטע האט געוואוינט און דאס רבנות אין שטאט האט ער איבערגעגעבן פאר זיין איידעם הגה״צ רבי יצחק אייזיק אייכענשטיין זצ״ל - אב״ד קיוויאשד בקווינס.
נאך פילע מיטמאכענישן האט זיך דער רב ענדליך זומער תש״ד געשווערצט דעם גרעניץ קיין ראמעניע דארט האט ער זיך אויפגעהאלטן ביז צו די ענדע מלחמה.
בשנת תש״ז איז דער רב אנגעקומען בשעה טובה קיין אמעריקא און זיך באזעצט קודם אין די איסט סייד פאר א שטיק צייט, דערנאך אריבער קיין וויליאמסבורג ווי ער האט געגרינדעט זיין ביהמ״ד לתורה ולתפלה, לגמ״ח, ולחסידות, ״קהל בני יששכר קיוויאשד״ קודם אויף די הופּפּער גאס שפעטער אויף פּענן סט. ווי עס שטייט היינט בהמשכת נכדו כ״ק האדמו״ר שליט״א.
דא אין וויליאמסבורג האבן זיך חשובע אידן חסידים ואנשי מעשה ארומגרופירט ארום דעם קיוויאשדער רב און ער איז געווען צו זיי זייער ווי א געטרייער טאטע ומנהיג און איבערגעגעבן פאר זיי פון זיינע הייליגע דרכים שקיבל מאבותיו הק׳ און משפיע געווען אויף זיי ברוחניות ובגשמיות.
דער רב האט געטראגן יעדן פון זיינע אנ״ש וואס האבן זיך אין אים מדבק געווען על מצחו תמיד. ווען סתם אידן פלעגן אריינקומען מיט א קוויטל פלעגט ער דאס נישט ליינען זאגענדיג ״איך בין נישט קיין רבי״. אידן מקורבים פארציילן ווינדערליכע עפיזאדן וויזוי דער רב האט זיי געשיצט פון אלעם בייזן.
כאטש וואס דער רב איז בהווית העולם בכלל נישט געווען באקאנט האט מען אבער געזהן זיינע ליכטיגע אויגן בעת מענטשען פלעגן זיך קומען דורכרעדן עניני מסחר וביזנעס און דער רב האט געצה׳ט גאר קלוגע און פארקטישע עצות במסחר. און אזוי אין יעדע זאך.
דער רב האט געגרינדעט א קיוויאשדער ישיבה פון ווי עס זענען ארויסגעקומען שיינע פירות בתורה וביראה טהורה האבענדיג דעם רב אלס זייער מורה דרך בעבדות ה׳.
אויך דער רב האט דא געגרינדט א וויכטיגער גמ״ח וואס פיגורירט נאך ביזן היינטיגן טאג און האט שוין במשך השנים ארויסגעהאלפן טויזענטער יודן בעת הצורך און געשטעלט אויף די פיס פילע אידן מיט נויטיגע הלוואות.
אויסער דעם גמ״ח פלעגט דער רב זצ״ל פארטיילן שווערע געלטער אויף צדקה סיי פאר עניים דא אין אמעריקא און סיי פאר עניי ארץ ישראל אבער אלעס איז געטון געווארן אן א שום אפעציעלן נאמען, נאר מיט א געוואלדיגע מתן בסתר אז מזאל נישט וויסן פון ווי די גרויסע שטענדיגע חשובע נדבות קומען. איינמאל האבן די בחורים וואס פלעגן מסדר זיין די קאנווערטן עס זאל ווערן ארויסגעשיקט - נישט וויסענדיג דעם גרויסן קפידה פונעם רב אז עס דארף זיין מתן בסתר אויפן געהיימסטן אופן, און האבן ארויפגעשטעלט דעם רב׳ס זיגל אויף די קאנווערטן.. ווען דער רב האט דאס געזהן האט ער שנעל באפוילן די בחורים צו לויפן אין פּאסט אפיס און צוריק ברענגן אלע קאנווערטן און אלעס איבערמאכן.!
טראץ די שוואכקייט פון וואס דער רב פלעגט שטענדיג ליידן זייענדיג א גוף חלש כל ימיו האט ער אבער קיינמאל נישט נאכגעזלאכט אפי׳ פון א תנועה קלה בעבודתו הק׳ און קיין שום ענין.
נסתלק כ״ד אייר שנת תשל״ג - ונטמן בנוי דזערסי חלקת קיוויאשד.
חתניו: הגה״צ רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין זצ״ל מקיוויאשד - קווינס.
מ״מ הגה״צ רבי משה האלברשטאם זצ״ל - מקיוויאשד.


catalog
  Previous item
Next item